אמאל אן אידוסטריאלע געגנט, איז 'גאָוואַנוס', א ברוקלין-געגנט וואס זיצט צווישן בארא פארק און וויליאמסבורג, אין די לעצטערע יארן פארוואנדלט געווארן אין א בעסערער, 'היפּ' געגנט, און די שטאט נעמט ערנסט אין באטראכט איבערצומאכן די זאונינג-געזעצן פון אינדוסטריאליסטיש צו הייזער און וואוינערטער.

אקטיוויסטן ווייזן אבער אן, אז די שטאט וועט דערביי מוזן טאן מער צוצושטעלן דאס פלאץ ס'זאל זיין געאייגנט פאר א רעזידענשאל שטח -- בעיקר מיט'ן פארפלאנצן ביימער, אויפשטעלן פּאַרקס, אא"וו.

ווי עס איז, איז די געגנט אן אינזל פון היץ און פארפעסטעטע לופט, שיריים פון די אידוסטריאלע צייטן פון דער געגנט, און מיט פרישע רעזידענשאל קאמפלעקסן און פראיעקטן, וועט די אטמאספער נאך פארערגערט ווערן. דערפאר פארלאנגען די פארלאנגערס, אז א חלק פון די געשאצטע 600-מיליאן דאלאר וואס דארף אריינקומען נאכ'ן ריזאונען דאס פלאץ זאל גיין פאר אזעלכע צוועקן, וואס וועלן אויסרייניגן די לופט און פארבעסערן די לעבנס-קוואליטעט פון די איינוואוינערס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל