אריזאנע – דער קאנטראווערסיאלער פיגור דזשאו ארפייא, געוועזענער שעריף אין מעריקאפע קאונטי, אריזאנע, האט נעכטן געמאלדן אז ער וועט לויפן פאר'ן אפענעם סענאט זיץ אין אריזאנע. ארפייא איז באקאנט אלס דער שעריף וועלכער איז עטליכע מאל אנגעקלאגט געווארן פאר'ן פארלעצן פעדעראלע געזעצן איבער אימיגראציע, און פאר'ן זיין גאר שטרענג קעגן אומלעגאלע אימיגראנטן, וואס האט אים געברענגט נאענטשאפט מיט פרעזידענט טראמפ, און ער האט קאמפיינט פאר טראמפ אין לויף פון יאר 16'. טראמפ האט אים פארלאפענעם אויגוסט פארדאנירט און ריינגעוואשן פון אלע פעדעראלע אנקלאגעס קעגן אים, און אצינד האט ארפייא געמאלדן אז ער וועט לויפן פאר'ן סענאט זיץ, וואס וועט ליידיג ווערן וויבאלד רעפובליקאנער אריזאנע סענאטאר דזשעף פלעיק רעטייערט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל