באגדאד – דער איראקער פרעמיער מיניסטער היידאר על אבאדי זאגט, אז די איראקער רעגירונג נויטיגט זיך קריטיש וויכטיג אין אינוועסטמענטס פון ביליאנען דאלארן, איבערצובויען גאנצע שטעט וואס זענען חרוב געווארן אין לויף פונעם קריג קעגן אייסיס אין די לעצטע צוויי יאר. אבאדי האט דאס געזאגט ביים דאוואס עקאנאמישן פארום, וואו ער האט זיך צום ערשטן מאל באטייליגט אין יאר 16' און האט דאן פארשפראכן צו באזיגן אייסיס. אין יאר 17' איז ער נישט געקומען, ווייל דער קאמף קעגן אייסיס האט נאך דאן העליש געפלאקערט, אבער יעצט איז ער ווידעראמאל געקומען, טריאומפירנדיג אז זיין מיליטער האט סוקסעספול באקעמפט אייסיס. ער זאגט אז ס'וועט זיך אויספעלן ארום 100 ביליאן דאלאר איבערצובויען די חרוב'ע שטעט, און אז זיין רעגירונג קען עס נישט צושטעלן פונעם אייגענעם בודזשעט.

בילד: איראק זוכט איבערבוי אינוועסטירער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל