די קרעמעלין האט שארף אראפגעריסן די אמעריקאנער רעגירונג און איר באשולדיגט אין א פארזוך צו באאיינפלוסן אינערליכע פאליטיק אין רוסלאנד אין ליכט פון די בעפארשטייענדע וואלן וועלכע ווערן אפגעהאלטן קומענדיגע מערץ. די קריטיק קומט אויף דעם וואס די אמעריקאנער טרעזשורי דעפארטמענט גרייט זיך צו ארויסגעבן א ליסטע פון אליגראכן און גאר רייכע לייט וועלכע  זענען פארבינדען צו פוטין און צום קרעמעלין, מיט די פונקטליכע דעטאלן פון זייערע פארמעגנס און רייכטהום, א זאך וואס קען ברענגען עפנטליכע אויפברויז אין רוסלאנד ווי פילע בירגער הונגערן אין די צייט וואס פוטין און זיינע פריינט די אליגראכן נוצן אויס די רייכטהום פון רוסלאנד זיך צו באררייכערן. די ליסטע קומט אינאיינעם מיט סאנקציעס וועלכע ווערן ארויפגעלייגט אויף די אינדיווידועלן צוליב זייער ראלע אין העלפן דעם קרעמעלין אין זייער קריג קעגן אוקראינע און איבער די לעצטע אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן. די טרעזשורי דעפארטעמנט האט איבערגעגעבן דעם ליסטע פאר קאנגרעס וועלכע וועט באשטימען אויב מען לייגט ארויף פרישע סאנקציעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל