נעבראסקע – "רויטערס" האט נעכטן פובליצירט א סעריע אינטערוויוען מיט אנפירער פון גרויסע אמעריקאנער פארמס, און זיי אלע דרוקן אויס גרויס זארג איבער זייער עקאנאמישן צוקונפט, אויב די געשפרעכן איבער'ן "נאפטא" האנדלס אפמאך וועלן צוזאמפאלן. די טראמפ אדמיניסטראציע פירט יעצט געשפרעכן איבערצומאכן דעם נאפטא אפמאך, נאכדעם וואס טראמפ האט געזאגט אז ס'איז נישט גענוג יושר'דיג פאר אמעריקאנער ביזנעסער וועלכע ווילן עקספארטירן מער פראדוקטן קיין קאנאדע און מעקסיקא – און דערווייל זעט מען נישט קיין פארשריט אין די געשפרעכן, וואס באדייט אז דער גאנצער האנדלס אפמאך קען מעגליך קיין קראכן. אויב דאס פאסירט, זאגן די אמעריקאנער פארמערס, וועלן זיי שטארק ליידן דערפון, ווייל מיטאמאל וועלן די אלע געווענליכע סיסטעמען דורך וועלכע זיי שיקן זייערע פראדוקטן קיין מעקסיקא און קאנאדע, זיין אפגעשפארט, ביז ווילאנג מ'האמערט אויס א נייעם האנדלס אפמאך.

בילד

א פאליטישע אנאליסט האט געשריבן:
די ראדיקאלע טראמפיסטן, וואס פלעפלען נאך די טאלק-שאו רעדן-ליניעס פון "אמעריקא פורסט", און "גענוג מיטן לעקט די אינטערנאַציאָנאַלע געמיינדע", מיינענדיג אז די נאפטא אפמאך איז עפעס אונטערגעשריבען געווארן דורך א באנדע פאררעטערישע פאליטיקאנטן קעגן די אינטערעסע פון אמעריקא, וועל זיך יעצט מוזן רייבן די אויגן פאר א קורצע מומענט פון ניכטערע רעאליטעט, פאר זיי גייען צוריק צו זייער הייל פון איגנארנץ.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל