אטאווע – קאנאדישע רעגירונג קוועלער האבן נעכטן געזאגט, אז די ארטיגע אויטאריטעטן זענען כמעט זיכער אז דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועט אין די נאענטע טעג מעלדן, אז אמעריקע ציט זיך ארויס פונעם "נאפטא" האנדלס אפמאך צווישן אמעריקע, קאנאדע און מעקסיקא. דער באריכט אז קאנאדע גלייבט אז טראמפ איז נאענט צו א באשלוס ארויסצוציען אמעריקע פון נאפטא, האט געברענגט אז די ווערד פון די וואלוטעס אין מעקסיקא און קאנאדע זענען געפאלן, און אויך האט דער סטאק מארקעט שלעכט רעאגירט. אין רעאקציע צו די נייעס, האט מעקסיקא געזאגט, אז אויב טראמפ וועט מעלדן אז ער הייבט אן דעם זעקס מאנאטיגן פראצעדור זיך ארויסצוציען פון נאפטא, וועט מעקסיקא פארלאזן די אנגייענדיגע געשפרעכן איבערצוארבעטן נאפטא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל