וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג האט נעכטן געמאלדן, אז ארום צוויי הונדערט טויזנט בירגער פון על סאלוואדאר, וועלכע געפינען זיך אין אמעריקע אונטער ספעציעלע שוץ-סטאטוס, וועלן דארפן אהיימגיין אין די קומענדיגע איינס און א האלב יאר, און אויב נישט, וועלן זיי אויסשטיין דעפארטירט צו ווערן. די 200,000 סאלוואדארער בירגער זענען אריינגעלאזט געווארן אין אמעריקע זינט יאר 01', ווען עס האבן פאסירט צוויי טויטליכע ערדציטערנישן אין על סאלוואדאר, איבערלאזנדיג גאנצע שטעט חרוב, און די סאלוואדארער בירגער האבן באקומען ספעציעלע צייטווייליגע לעגאלע סטאטוסן צו וואוינען און ארבעטן אין אמעריקע. אצינד האט די טראמפ אדמיניסטראציע באשלאסן מער נישט צו באנייען זייערע שוץ-סטאטוסן – א שריט וואס האט געברענגט אויפברויז און פארדאמונג דורך פילע אקטיוויסטישע גרופעס, וועלכע האבן ארויסגעברענגט אז די סיטואציע אין על סאלוואדאר איז נאכנישט צוריק נארמאל.

בילד: סאלוואדארער פארלירן שוץ-סטאטוס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל