נאך א לענגערן קאמפיין פון משפחה-מיטגלידערס, האבן די מדינת ישראל אויטאריטעטן מסכים געווען צו העלפן אויספארשן די פרשה מיט די פארשוואונדענע קינדער פון אידישע משפחות, וואס זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל בעיקר דורכאויס די פופציגער יארן.

איבער טויזנט משפחות הויפטזעכליך פון תימן אבער אויך אנדערע מיטל-מזרח לענדער, טענה'ן אז נאכ'ן אנקומען קיין ארץ ישראל זענען זייערע קינדער פארשוואונדן געווארן, און זיי גלייבן נישט די אנגעגעבענע אורזאכן דורך דער מדינת-ישראל רעגירונג פון יענער תקופה, אז די קינדער זענען ל"ע נפטר געווארן. אנשטאט, באשולדיגן די קרובים פון יענע קינדער, האבן די שפיטעלער פארקויפט די קינדער פאר פרעמדע משפחות אין ארץ ישראל און אויסלאנד.

יעצט האט דער מדינת ישראל פארלאמענט, דער כנסת, דורכגעפירט א געזעץ וואס פארלאנגט פונעם לאנד אונטערצוזוכן די די-ען-עי פון די קברים וואו די אנגעבליך-געשטארבענע קינדער זאלן האבן באהאלטן געווארן, כדי די פאמיליעס זאלן באקומען א געלעגנהייט פעסטצושטעלן אויב יענע זענען ווירקליך געווען זייערע קינדער.

מדינת ישראל האט שוין אויפגעשטעלט דריי באזונדערע אויספארשונגס-קאמיסיעס וואס האבן אריינגעקוקט אין די באשולדיגונגען, אבער געקומען צו דער מסקנא אז זיי זענען אומבאגרינדעט, אבער מערערע משפחות זענען איבערצייגט אז די קינדער זענען צוגערויבט געווארן פון זיי.

בילד: מדינת ישראל וועט פארשן פרשה פון פארשוואונדענע תימנ'ער קינדער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל