וואשינגטאן – באריכטן האבן נעכטן געצייגט, אז פרעזידענט טראמפ וועט ווידעראמאל אונטערשרייבן די "סערטיפיקאציע" פונעם איראן נוקלעארער דיעל, צו באשטעטיגן אז איראן פאלגט דערווייל אויס אלע טיילן פונעם דיעל, און דעריבער קענען די סאנקציעס ווייטער בלייבן אויפגעלעזט.

טראמפ האט ביז יעצט פארשפראכן אפצושאפן דעם איראן דיעל, און האט אין אקטאבער נישט אונטערגעשריבן די "סערטיפיקאציע", ברענגענדיג נענטער די רעאליטעט אז עס וועט בטל ווערן. מארגן שטייט ער אויס נאך א דעדליין אונטערצושרייבן א סערטיפיקאציע, און מ'דערווארט אז ער וועט עס טאן.

ווייסע הויז קוועלער באריכטן, אז טראמפ פערזענליך וויל זייער שטארק נישט אונטערשרייבן דעם דאקומענט, נאר ער וויל ארויסגיין פונעם דיעל און איינהאלטן זיין פארשפרעכונג, אבער זיין נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער, עיטש אר מעקמעסטער, לייגט דרוק מיט דער טענה אז פאר די וועלט'ס סטאביליטעט איז וויכטיג אנצוהאלטן דעם דיעל,.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל