אין פרעזידענט טראמפ׳ס נעכטיגע טוויטער שטורעם האט ער זיך באצויגן צו די לעצטע שריט פון די פאלעסטינער אויטאריטעט צו אפהאקן פארבינדונגען מיט וואשינגטאן איבער געפלאנטע שלום געשפרעכן, שרייבנדיג ״מיר צאלן פאר די פאלעסטינער אויטאריטעט ביליאנען דאלער אין הילף, און מיר באקומען נישט צוריק קיין שום דאנקבארקייט אדער רעספעקט, און זיי ווילן מיטאמאל פארהאנדלן א לאנג-פארשפעטיגטע שלום אפמאך מיט מדינת ישראל, מיר האבן אראפגענומען ירושלים פונעם פארהאנדלונגס טיש (דורך עס דערקלערן אלס מדינת ישראל הויפשטאט) און דאס וואלט געצווינגן מדינת ישראל צו נאכגעבן מער אויף אנדערע זאכן, אבער די פאלעסטינער זוכן נישט מער קיין שלום, פארוואס זאלן מיר מאכן די ווייטערדיגע באצאלונגען?״.

סעיד ארעקאט, א פאלסטינער באאמטער און הויפט פארהאנדלער האט רעאגירט צום טוויט שרייבנדיג ״פרעזידענט טראמפ האט געגעבן א צוזאג פאר די פאלעסטינער באלד אנהויב פון זיין פרעזידענטשאפט אז ער וועט נישט נעמען קיין שום איינזייטיגע שריט איבער די מדינת ישראל-פאלעסטינער קאנפליקט, ביז ווילאנג ביידע זייטן זעצן זיך צום טיש און ארבייטן אויס די דיפערענצן, אבער ער איז געגאנגען און אריינגעשטאכן א מעסער אין הארץ פון די פאלעסטינער״

אן אנדערער פאלעסטינער באאמטער האט זיך באצויגן צום סטראשע פונעם פרעזידענט איבער אפהאקן פינאנציעלע הילף, א סומע פון ארום 616 מיליאן דאלער יערליך וועלכע איז קריטיש פאר די פאלעסטינער אויטאריטעט צו קענען פונקציאנירן, דער באאמטער האט געזאגט ״די אמעריקאנער הילף דינט פאקטיש די מדינת ישראל אינטערעסן וויבאלד עס גייט פאר די זיכערהייטס קרעפטן וועלכע קאארדינירן מיט די מדינת ישראל אויטאריטעטן צו פארמיידן טעראר, אויב ער וועט דאס שניידן וועט דאס בלויז פאטשן אין פנים פון מדינת ישראל.

טוויט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל