דאס סירישע אויסערן מיניסטעריום האט זיך געוואנדן צום זיכערהייטס קאנסיל פונעם יו-ען, זיך צו באקלאגן איבער א פרישער באמבארדירונג וואס דאס מדינת ישראל מיליטער האט דורכגעפירט היינט אינדערפרי אויף א מיליטערישע באזע אין דער געגנט פון דמשק.

לויט באריכטן אין די סירישע פרעסע, האט דאס סירישע מיליטער באוויזן צו שעדיגן איינע פון די פליגערס וועלכע האבן טיילגענומען אין דער אטאקע.

מדינת ישראל האט שוין עטליכע מאל דורכגעפירט אטאקעס קעגן וואפן-זאפאסן וועלכע זענען אויפ׳ן וועג צו דער כעזבאלא טעראר-גרופע, וואס מדינת ישראל שאצט וועלן גענוצט ווערן קעגן אירע אינטערעסן.

אינעם בריוו צום פעלקער פאראיין שרייבט די סירישע רעגירונג, אז די לעצטערע אטאקעס גייען שוין אריבער אלע גרעניצן און זי וועט עס מער נישט טאלערירן.
בילד: סיריע ווענדט זיך צו יו-ען וועגן מדינת-ישראל באמבארדירונגען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל