דער ווייסער הויז שטאב-הויפט, גענעראל דשאן קעלי, האט אין א לעצטן פרואוו צו ברענגען ארדענונג אין ווייסן הויז ארויסגעלייגט א שטרענגן פארבאט פאר ארבעטער אין ווייסן הויז מיטצוברענגען זייערע סעלפאונס צו דער ארבעט, צושיקנדיג א נאטיץ צו אלע איינגעשטעלטע, אז ״אלע עלעקטראנישע אפאראטן, אפילו אויסגעלאשענערהייט, זענען שטרענג פארבאטן אין ווייסן הויז דורכאויס די ארבעטס שטונדן פון 6 ביז 8״ – בלויז טעלעפאנען באשטעטיגטע דורך דער רעגירונג מעגן אריינקומען, און די וועלכע וועלן פארלעצן דעם פארבאט וועלן באלד דארפן פארלאזן זייערע פאזיציעס. דאס פארבאטן טעלעפאנען ווערט געזען ווי א רעאקציע פונעם ווייסן הויז צו דעם פלייץ פון ״ליעקס״ וואס שטאב-מיטגלידער און נידריגע באאמטע געבן ארויס אינערליכע דעטאלן פונעם ווייסן הויז פאר דער פרעסע, וואס שטערט שטארק פאר׳ן פרעזידענט, ספעציעל זינט דעם לעצט-ערשינענעם בוך, וואס לייגט די אדמינסטראציע אין א גאר נעגאטיוון ליכט, אבער די פרעסע סעקערעטארין פון ווייסן הויז זאגט אז דער פארבאט איז בלויז צוליב זיכערהייטס מאנסאמען, נישט צוליב די ליעקס צו דער פרעסע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל