די סטעיט דעפארטמענט האט אפיציעל געמאלדן היינט אז אמעריקע וועט אפהאקן מיליטערישע הילף פאר פאקיסטאן, נאכדעם וואס זי האט זיך נישט צוגעשטעלט צו אמעריקאנער פארלאנגען און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אומהילפסבאר אינעם קריג קעגן טעראר, ספעציעל אין אפגאניסטאן, דער ווארטזאגער האט געזאגט אז דערווייל וועט די געלט ווערן איינגעפרוירן און נישט גענוצט פאר אנדערע צוועקן, אזוי אז מען וועט קענען ווידער באטראכטן אין די צוקונפט אויב פאקיסטאן טוישט איר צוגאנג.

די מעלדונג קומט בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט קריטיקירט פאקיסטאן אויף טוויטער און זיי באשולדיגט אין שענקן שוץ פאר טעראריסטן און טאליבאנער פון אפגאניסטאן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל