א האטעל-רעזארט אין דעם דרום-אמעריקאנער לאנד, אורוגוויי, האט ארויסגערופן א שטורעם ווען דער אייגנטימער האט אנטזאגט צו דערלויבן צוויי מדינת-ישראל בירגער איינצושטיין דארט, וויבאלד ער איז "נישט מסכים מיט די פאליסיס" פון זייער היימלאנד.

די צוויי מדינת ישראל בירגער, וועלכע האבן באשטעלט אן ארט אינעם האטעל דורכ'ן אינטערנעט, האבן שפעטער באקומען א מעסעדזש פונעם אייגנטימער, וואס האט אנגעוויזן אז זייער באשטעלונג איז אפגערופן געווארן, וויבאלד זיינע פאליטישע מיינונגען "שטייען אין שארפן קאנטראסט צו די פאליסיס פון אייער לאנד."

דער אינצידענט איז געקומען אונטער שארפער קריטיק מצד אידישע און ארטיגע ארגאניזאציעס. דער אורוגווייער טוריזם מיניסטער האט דערקלערט, אז דער שריט איז נישט אקצעפטירבאר און אן אויספארשונג וועט געעפנט ווערן דערוועגן.

בילד: אורוגוויי-האטעל וויל נישט קיין מדינת-ישראל בירגער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל