דער רוסישער אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו האט נעכטן גענוצט גאר שארפע ווערט צו אראפרייסן די אויסערן פאליטיק פון אמעריקע, און ספעציעל די יעצטיגע אדמינסטראציע. ער האט זיך באצויגן צו די רעטאריק איבער נארט קארעא און די נאכאנאנדע מושטירונגען פון אמעריקאנער מיליטער אויפ׳ן קארעאר האלבאינזל, זאנדיגע אז אמעריקע ״דארשט פאר קריג און אומסטאביליטעט״ סיי אין נארט קארעא און אזוי אויך אין סיריע ווי זיי שטיצן די מיליטאנטן וועלכע קעמפן קעגן די אסאד רעזשים. ער האט דאן זיך באצויגן צו די לעצטע מעלדונג פון פרעזידענט טראמפ אז ער וויל זיך ארויסציען פונעם נוקעארן אפמאך מיט איראן אויב עס ווערט נישט געטוישט, לעווראוו האט געזאגט אז אזא שריט וועט שיקן א קלארע מעסעדש פאר נארט קארעא אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף אמעריקע, און דעריבער וועלן זיי קיינמאל נישט קומען צום פארהאנדלונגס טיש. עס איז דאס ערשטע מאל וואס אזא הויכראנגיקע דיפלאמאט נוצט אזעלכע שארפע רעטאריק קעגן די טראמפ אדמיניסטראציע, און איז אנדערש ווי די מילדע רעטאריק איבער נענטערע באציאונגען מיט אמעריקע וואס זיי האבן גענוצט ביז היינט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל