ווי עס שיינט טוט דער ספעציעלער פראקוראר זיך רוקן פאראויס מיט א שנעלן טעמפא אינעם אויספארשונג איבער די רוסישע אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן און די מעגליכע קאאפעראציע מיט די טראמפ קאמפיין, א טאג נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז ער האט אויסגעפארשט דעם אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס איז באריכטעט געווארן אז ער האט אויך געפארשט דעם אמטירנדער סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעאו, די באריכטן זאגן אז ער איז אויסגעפרעגט געווארן איבער דעם וואס דער פרעזידענט האט אפגעזאגט קאומי און אויב דאס איז געווען א פרואוו צו שטערן די אויספארשונג ארום דער רוסישער סקאנדאל. די אויספארשונג פון הויכע באאמטע אין די אדמיניסטראציע קומט אין די זעלבע צייט וואס ער גרייט זיך צו אפהאלטן א פארהער פאר׳ן פרעזידענט אין די קומענדיגע וואכן.

בילד: סי-איי-עי דירעקטאר אויסגעפרעגט דורך מיולער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל