אראבישע איינוואוינערס פון שכם האבן באפאלן מדינת ישראל קרעפטן, וועלכע זענען אריינגעקומען אין שטאט אלס טייל פון די מאסיווע זוכענישן נאכ'ן מערדער פון הרב רזיאל שבח הי"ד, וועלכער איז פריער אין וואך דערשאסן געווארן אינמיטן פארן מיט זיין אויטאמאביל אויפ'ן 'כביש 60' אויפ'ן וועג אהיים צום ישוב 'חוות גלעד'.

ווען מיליטערישע כוחות זענען היינט פרייטאג פארטאגס אריינגעקומען אין שכם, מיט'ן ציל צו ארעסטירן אן ארטיגן אראבער וואס ווערט פארדעכטיגט אין שפילן א ראלע אין דער רציחה, זענען זיי באפאלן געווארן פון שטיינער און מאלאטאוו קאקטעילס.

פינף שכם-איינוואוינערס זענען ארעסטירט געווארן, אבער ס'איז נישט קלאר צי די ארעסטן האבן שייכות מיט'ן מארד פון שבח, אדער זענען פארהאלטן געווארן צוליב אנדערע פארברעכנס.

דער 35-יעריגער שבח האט איבערגעלאזט אן אלמנה און זעקס קינדער. ער איז באהאלטן געווארן אינעם נארוואס-באנייטן בית החיים פון חוות גלעד, וואו ער איז דער ערשטער נפטר דארט באערדיגט צו ווערן.

בילד: זוכענישן נאך מערדער פון הרב שבח הי"ד שטויסט זיך אן אין אומרוען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל