אין די לעצטע טעג האבן די דעמאקראטן און אנטי-טראמפערס געעפנט א נייעם פראנט קעגן דעם פרעזידענט, נעמליך אז ער איז פארקאלכט און ליידט פון "פארגעסן", וואס קומט ביי אסאך מענטשן אויף דער עלטער. דאס איז א טענה וואס איז אויפגעברענגט געווארן אין דעם נארוואס דערשינענעם בוך איבער׳ן פרעזידענט, און זיי טוען זיך אונטערשטיצן מיט לעצטערע נייעס באריכטן, וועלכע טוען אנגעבליך אונטערשטיצן דעם טעאריע.
נעכטן האט די קאנספיראציע באקומען פרישע שטיצע, פון א ווידיא אין וועלכע מען זעט דעם פרעזידענט פרובירן מיטצוזינגען די אמעריקאנער נאציאנאלע הימנע ביי א ספארט פארמעסט, אבער ווי עס שיינט קען ער זיך נישט קיין עצה געבן און קען זיך נישט דערמאנען די ווערטער. אינעם ווידיא זעט מען ווי ער הייבט אן מיטזינגען און דאן ווערט ער צעמישט מיט די ווערטער.

פארשטייט זיך, אז דאס איז אוועקגעמאכט געווארן דורכ׳ן ווייסן הויז אלס נארישקייטן. אנדערע האבן  אנגעוויזן דערויף אלס באווייז אז דער פרעזידענט איז נישט קיין פאטריאט און געדענקט נישט די נאציאנאלע הימנע.
בילד: געדענקט פרעזידענט טראמפ די ווערטער פון נאציאנאלער הימנע?

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל