ניו יארק – א גרויסע פראצענט אמעריקאנער סטעיטס געפינען זיך יעצט אונטער שרעקליך שווערע קאלטע וועטערס, און אין פילע ערטער ווערן געבראכן רעקארדס. אין אבערדין, סאוט דעקאטע, איז נעכטן געווען 32 אונטער זערא פארנהייט, וואס האט געבראכן א רעקארד וואס שטייט שוין 99 יאר, און אין נעבראסקע, איז געווען 15 אונטער זערא, ברעכנדיג א רעקארד פון יאר 1884. אין ליכט פון די ביטערע פרעסטן, וואס האט אויך באטראפן ניו יארק, וואו דער וועטער איז נעכטן געווען אין דורכשניט קעלטער ווי 10 דעגרי, און אין די נאכט שטונדן זיך געשפירט ווי 2 אונטער זערא, האבן אויטאריטעטן באנייט די געזונטהייט ווארענונגען, אז מען זאל זיך נישט דרייען אין די גאסן אפילו פאר קיין איבריגע מינוט, וויבאלד "הייפאטערמיע" קען זיך אנהייבן זייער שנעל, אין געציילטע מינוט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל