פראנקרייך – א גרופע באוואפנטע רויבער האבן דורכגעפירט א געוואגטע רויבעריי אין איינע פון די טייערסטע האטעלן אין פראנקרייך, באווייזנדיג אפצוטראגן מיט סחורה אין ווערד פון אפאר מיליאן דאלאר. די רויבעריי האט פאסירט ביים "ריטז פאריז" לוקסוריעזן האטעל אין פאריז, וואו די גרופע פון פינף פארשוינען, באוואפנט מיט העק, האבן זיך איינגעבראכן נעכטן נאכמיטאג, און האבן זיך באלד א לאז געטאן צום גאר טייערן צירונג געשעפט, וועלכע איז סטאנציאנירט אינעם אונטערשטן שטאק פונעם האטעל, און האבן באוויזן צו רויבן צירונגען און דיאמאנטן אין ווערד פון ארום פינף מיליאן דאלאר. קיינער איז נישט פארוואונדעט געווארן אין לויף פון דער באוואפנטער רויבעריי, אבער די פארשוינען האבן באוויזן צו אנטלויפן. 3 פון זיי זענען שפעטער ארעסטירט געווארן, און די אנדערע צוויי ווערן נאך געזוכט. די פאליציי האט דערווייל בלויז געטראפן טייל פון די גערויבטע זאכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל