לאס וועגאס – באאמטע האבן ארויסגעגעבן פרישע אינפארמאציע איבער דער מאסן שיסעריי וואס האט פאסירט ביי דעם מאנדאלא בעי האטעל אין לאס וועגאס מיט א האלב יאר צוריק. די באאמטע פון די עם-דזשי-עם רעזארטס אינטערנעשאנעל, פאר וועמען דער האטעל באלאנגט, זאגן אז זייער פריוואטע אויספארשונג צייגט אז איינגעשטעלטע אינעם האטעל האבן זייער א סאך מאל גערעדט און קאמיוניקירט מיט'ן שיסער סטיווען פעדאק, אין די געציילטע טעג בעפאר דער שיסעריי. די עם-דזשי-עם רעזארטס באאמטע זאגן, אז אלע האטעל איינגעשטעלטע וועלכע האבן קאמיוניקירט מיט פעדאק, וועלכער איז איינגעשטאנען אינעם האטעל, האבן געזאגט אז זיי האבן נישט באמערקט גארנישט פארדעכטיגט איבער זיין אויפפירונג און אז ער האט אויסגעזען צו זיין נארמאל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל