טראץ דעם וואס אפיציעל אנולירן אבאמא-קעיר איז מער נישט אויף די אגענדע פון די רעפובליקאנער, טוט זיך אבער די אדמינסטראציע גרייטן צו אויפלעזן א רייע רעגולאציעס וועלכע וועלן עפעקטיוו אפשוואכן אבאמא-קעיר און ברענגען צו די צוזאמענפאל פון די אבאמא-קעיר אינשורענס מארקעט.

אין די קומענדיגע טעג וועט דער העלט דעפארטמענט אויפלעזן א רעגולאציע, וועלכע ערלויבט נישט פאר ארבייטסגעבער צו קויפן איינגעצוימטע העלט אינשורענס פאר אירע ארבייטער. עס האנדלט זיך פון א סארט אינשורענס, וועלכע רופט זיך ״עסענטועל אינשורענס״ און דעקט נאר ערנסטע מעדיצינישע פראבלעמען, אבער נישט קיין הוצאות פון מעדיצינישע פראדעצורן וועלכע זענען נישט קריטיש וויכטיג, ווי צום ביישפיל פסיכישע הילף און נאך. אזוי אויך וועט עס אנולירן א פארבאט פון די אבאמא עפאכע צו קויפן קורץ-טערמיניגע אינשורענס וועלכע לויפן אפ נאך 12 מאנאטן.דאס אראפנעמען די רעגולאציעס וועט פארגרינגערן פאר קליינע ביזנעסער, וועלכע מוזן קויפן אינשורענס אונטער אבאמא קעיר, אבער אן די רעגולאציעס קענען זיי קויפן גאר ביליגע אינשורענס פאליסיס פאר זייערע ארבייטער.

דאס וועט אויטאמאטישע ברענגען דערצו, אז די אינשורענס פירמעס וועלן העכערן די פרייזן פאר די פולקאמע אינשורענס פלענער, וואס וועט ווייטער דע-סטאביליזירן די אבאמא-קעיר מארקעט, וועלכע איז באזירט אויף די געדאנק אז דורך פארלאנגען אז יעדער מוז האבן אינשורענס און אז פירמעס קויפן אינשורענס פאר די ארבייטער, קענען די פירמעס זיך ערלויבן צו פארקויפן פלענער פאר ביליגער. דער שריט וועט העכערן די פרימיומס און עפעקטיוו מאכן אבאמא-קעיר אוממעגליך ווייטער אנצוגיין.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל