די רעזשים אין נארט קארעא האט נעכטן רעאגירט פאזיטיוו צו אן אנבאט דורך די רעגירונג אין סאוט קארעא צו צוריק-עפענען א קאנאל פון געשפרעכן און אויפשטעלן א פערמענאנטע שטאב צוזאמענגעשטעלט פון באאמטע פון ביידע זייטן אינעם שטעטל פאנמונדשאן וואס געפונט זיך אויפ׳ן גרעניץ. און היינט אינדערפרי איז געעפנט געווארן א דירעקטע ליניע צווישן די צוויי רעגירונגען.

אין ליכט פון די סיגנאלן וואס דער דיקטאטור קים יאנג אן האט געשיקט אין זיין לעצטע רעדע איבער זיין וויליגיקייט צו עפענען א דיאלאג מיט סאוט קארעא האט די רעגירונג אין סאוט קארעא געקשיקט אן אנבאט צו ווידער עפענען א פערמענאנטע הויפטקווארטיר פון דיאלאג און קאארדינאציע וואס איז פארשלאסן געווארן מיט עטליכע יאר צוריק צוליב א קריזיס אין די באציאונגען. די גרופע זיצט ביים גרעניץ און איז באאויפטראגט צו קאארדינירן די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער און פארזיכערן אז עס מאכט זיך נישט קיין אומפארשטענדליכקייטן וואס קען פירן צו א פלוצלינגע קריזיס.

אין וואשינגטאן איז די נייעס אויפגענומע געווארן מיט געמישטע רעאקציעס, די נייעס קומט אינעם זעלבן טאג וואס דער פרעזידענט האט זיך ארויסגעלאזט אין א קינדערישע טוויטער אטאקע קעגן נארט קארעא, און די פאקט אז סאוט קארעא ״מאכט שבת פאר זיך״ טוט נישט שמעקן פאר יעדן אין וואשינגטאן, דאס ווייסע הויז האט דערווייל נישט אפיציעל קאמענטירט אויף די אנטוויקלונגען, אבער סענאטאר לינדזי גרעהעם האט שוין געזאגט אז אויב סאוט קארעא וועט ערלויבן ספארטלער פון נארט קארעא צו זיך באטייליגן אין די ווינטער אלימפישע שפילן דאן זאל אמעריקע באיאקאטירן די שפילן.

בילד 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל