די אויספארשונג קאמיטע אין סענאט וועלכע קוקט אריין אין די עף-בי-איי אויספארשונג איבער די קלינטאן אימעילס האט פארלאנגט פונעם עף-בי-איי א פרישע שטויס פון קארעספאדענץ צווישן די צוויי עף-בי-איי באאמטע פעטער שטראק און ליסע פעידש, נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז דער ספעציעלער אויספארשער מיולער האט זיי אפגעזאגט פון זיין אויספארשונג שטאב צוליב דעם וואס זיי האבן אויסגעטוישט צווישן זיך מעסעדשעס אין וועלכע זיי האבן אויסגעדריקט פארטייאישע סענטימענטן קעגן פרעזידענט טראמפ.

שטראק איז געשטאנען אין שפיץ פון א טייל פון די קלינטאן אויספארשונג, און עס איז אויפגעדעקט געווארן א מעסעדש אויסטויש צווישן אים און די עף-בי-איי לעגאלע עקספערט ליסע פעידש וועלכע שרייבט צו אים ״עס איז אומגלויבליך אז אצינד איז די פארמעסט צווישן קלינטאן און טראמפ״ אויף וועלכע שטראק האט געענטפטער ״יא, דאס לייגט אויף אונז א דרוק צו פערטיגן דעם אויספארשונג ווי פריער״ און זיך דערמיט באצויגן צו די צווייטע קלינטאן אימעיל אויספארשונג.

אין ליכט פון די אויפדעקונג האט דער רעפובליקאנער סענאטאר ראן דשאנסאן, פארזיצער פון די היימלאנד זיכערהייט קאמיטע, פארלאנגט פון די אגענטור צו איבערגעבן אלע געשרייבעכצער צווישן די צוויי, און די אגענטור האט אפגעשיקט ארום 400 בלעטער פון מעסעדשעס צווישן די צוויי, אבער די עף-בי-איי האט אנטזאגט צו איבערגעבן די קארעספעדאנץ צווישן די צוויי פון דעצעמבער 2016 ביז מאי 2017 זאגנדיג אז עס איז געווארן ״אויסגעמעקט״ צוליב א טעכנישע פעלער, דשאנסאן האט אויסגעדריקט זארג איבער דעם ״צופאל״ זאגנדיג אז דאס זענען מעסעדשעס וואס קענען ווארפן א נייע ליכט אויף די קלינטאן אויספארשונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל