דער דעפיוטי אויסערן מיניסטער פון רוסלאנד, סערגעי דעבקייעוו, האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז א נייע רונדע פון סאנקציעס וואס אמעריקע גרייט זיך צו לייגן אויף מאסקווע איז געצילט צו באאיינפלוסן די בעפארשטייענדע וואלן אין רוסלאנד, און ס'איז א פארזוך צו פארמיידן די ווידערערוויילונג פון פרעזידענט וולאדימיר פוטין. קאנגרעס גרייט זיך צו באשטעטיגן פרישע סאנקציעס אויף רוסלאנד דעם קומענדיגן מאנאט אלס שטראף אויף אירע פארזוכן צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן, א באשולדיגונג וועלכע רוסלאנד לייקנט קאטעגאריש, און לויט׳ן אויסערן מיניסטער איז דאס גאר פארקערט, נאר די סאנקציעס זוכן צו שאפן קאפווייטאג פאר וולאדימיר פוטין, וועלכער שטייט אויס א ווידערערוויילונג פארמעסט ביי די וואלן קומענדיגן מערץ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל