מדינת-ישראל כוחות האבן נייטראליזירט א באמבע וואס אראבער האבן פארפלאנצט אינעם אוהל העכער'ן ציון פון יוסף הצדיק אין שכם, וואס געפינט זיך אין דער 'שומרון' געגנט.

די באמבע איז אריינגעשטעלט געווארן אינעם אוהל, מיט'ן ציל אויפצורייסן דורכאויס אן עצרת תפילה, וואס איז פאררופן געווארן ביים ציון.

דורכאויס אונטערזוכונגען ארום דעם פלאץ איידער די עצרת האט זיך געזאלט אנהייבן, האבן די מדינת ישראל געפונען די באמבע און זי נייטראליזירט.

ארום טויזנט אידן האבן זיך באטייליגט אין דער עצרת.

ארויסקומענדיג, זענען די מתפללים באפאלן געווארן דורך א מחנה אראבער, וואס האבן געווארפן שטיינער און צינד-באמבעס.

דער ציון פון יוסף הצדיק איז שוין עטליכע מאל געקומען אונטער אטאקע פון ארטיגע אראבער. אין 15' איז דער אוהל אונטערגעצינדן געווארן, און א צאל ספרי קודש זענען פארברענט געווארן.

בילד: באמבע נייטראליזירט ביי קבר יוסף הצדיק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל