דעם מיטוואך וועלן זיך צוזאמענזעצן טראמפ און זיין שטאב אינאיינעם מיט די לעגיסלאטיווע פירער פון ביידע פארטייען צו אויסהאמערן א פארשטענעדניש איבער די ״דאקא פראגראם״ א פראגראם פון די אבאמא אדמינסטראציע וועלכע טוט באשיצן ארום 800,000 קינדער פון אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע ארבייטן אדער שטודירן אין אמעריקע, פרעזידענט טראמפ האט עלימינירט דעם פראגראם אין סעפטעמבער און געזאגט אז ער ערווארטעט אז קאנגרעס זאל עס ערזעצו אלס טייל פון א גרעסערער ביל איבער אימיגראציע.

דעם פרייטאג האט טראמפ קלארגעשטעלט אז ער וועט נישט איינשטימען מיט פשרה אויב וועלן די דעמאקראטן נישט איינשטימען צו שטיצן פאנדינג פאר א גרעניץ וואנט און פארשטערקערטע זיכערהייט ביים גרעניץ צו פארזיכערן אז אומלעגאלע שמוגלעריי ענדיגט זיך. די דעמאקראטישע פירער טשאק שומער און נענסי פעלאוסי האבן רעאגירט ״מיר פירן נישט קיין דיאלאג אין די בלעטער פון צייטונגען און אויף טוויטער, מיר וועלן זיך אראפזעצן מיט׳ן פרעזידענט און פרובירט צו אויסארבייטן אן אפמאך״ אבער זיי האבן שוין קלארגעשטעלט אז זיי וועלן זיך קעגגנשטעלן א וואנט.

קאנגרעס און סענאט קומען צוריק מארגן פון אורלויב, און אימיגראציע איז א טייל פון די אגענדע, אינאיינעם מיט דורכפירן א בודשעט צו פארמיידן א רעגירונג שאט-דאון, מיטש מעקאנעל האט קלאר געשטעלט אז ער וויל אז סענאט זאל נעמען א צוגאנג צו אימיגראציע מיט שטיצע פון ביידע פארטייען, ספעציעל וואס אנבאלאנגט די דאקא געניסער.

בילד: דאקא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל