ניו יארק - דער מאסיווער שניי שטורעם איז נעכטן אנגעקומען קיין ניו יארק, ווען די שניי האט אנגעהויבן פאלן אין די פריע פארטאגס שטונדן, און איז געפאלן אומגעהויער שנעל, באגלייט מיט ציפעדיגע פרעסטן און בליזארד-סארט ווינטן.

אין ניו יארק און אין ניו דזשערסי, האבן די אויטאריטעטן דערקלערט ״סטעיט אוו עמורדזשענסי״ סטאטוסן, צוליב'ן דערווארטן צווישן 8 אינטשעס און איינס און א האלב פיס שניי אין געוויסע געגנטער. די פובליק שולעס זענען געווען פארשפארט, און אויך, להבדיל, פילע מוסדות התורה האבן געהאלטן די טויערן פארשפארט.

דער שניי שטורעם האט געפירט צו דער צייטווייליגער פארשליסונג פון אלע גרויסע ניו יארקער לופטפעלדער, אריינגערעכנט קענעדי עירפארט וועלכע איז געווען אפגעשפארט ביז 8 אזייגער אויפדערנאכט, און אלעס אינאיינעם זענען 4 טויזנט פלי רייזעס איבער׳ן לאנד אפגעשאפן געווארן.

צוליב וואס דער שטורעם איז געקומען אינאיינעם מיט שטארקע ווינטן, האט עס געפירט צו גרויסע קורצשלוסן אין פארשידענע טיילן פון לאנד, און אמווייניגסטנס צו איין פאטאליטעט, ווען א גליטשנדיגע קאר אין פילאדעלפיע האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א באן.

די שניי האט אויפגעהערט אין די שפעטע אווענט שטונדן, אבער וועטער באאמטע האבן געווארנט אז דער שווערער וועטער סיסטעם איז נאכנישט פאראיבער, ווייל אין די קומענדיגע 4 טעג וועלן זיין ביטערע פרעסטן, אויך אין ניו יארק סיטי, וואו ס'וועט זיך אין די נאכט שטונדן שפירן עטליכע גראד אונטער זערא.

בילדער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל