טעקסאס – דער מאן וועלכער האט געדינט אלס קאמאנדיר פון אמעריקע'ס סאמע ערשטע ספעיס שאטעל מיסיע, איז געשטארבן פרייטאג אין עלטער פון 87 יאר. די רעדע איז פון דזשאן יאנג, וועלכער האט קאמאנדירט דעם ספעיס שאטעל קאלאמביע אין יאר 981', וועלכע איז געווען די סאמע ערשטע אמעריקאנער שאטעל מיסיע צו די הויכע רוימען, און אלעס אינאיינעם האט יאנג דורכגעפירט זעקס פלי רייזעס צום ספעיס און איין רייזע צו דער לבנה, אין לויף פון זיין קאריערע אלס אסטראנאט. דער קאלאמביע ספעיס שאטעל האט געהאט א טראגישע ענדע, ווען אין יאר 03' האט עס עקספלאדירט ביים זיך צוריקקערן פון א מיסיע אין ספעיס, אומברענגענדיג אלע זיבן אסטראנאטן אויף איר.

בילד: דזשאן יאנג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל