האלאנד – אידישע אקטיוויסטן אין האלאנד האבן אויסגעדרוקט "אומבאקוועמליכקייט", נאכדעם וואס די פאליציי האבן באצייכנט א געזוכטן גנב אלס "מעגליך א איד", באזירט אויף יענעמ'ס הוט און בארד. די רעדע איז פון א גניבה וואס האט פאסירט מיט צוויי מאנאטן צוריק אין דער שטאט יוטרעקט, וואו א פארשוין האט גערויבט גאלד פון א גאלד-סוחר אין ווערד פון 42 טויזנט דאלאר. די פאליציי האבן דערווייל נאכנישט געכאפט דעם שולדיגן גנב, טראץ נאכאנאנדע אויספארשונגען און ביטעס צום פובליק פאר אינפארמאציע, און אצינד האבן זיי פארעפנטליכט אומקלארע סורוועילענס ווידעא פון דער גניבה, און זיי שרייבן צו א נאטיצן, אז לויט'ן הוט און בארד, וואס דער גנב טראגט, איז ער "מעגליך א איד" – זאגן אידישע אקטיוויסטן אז דאס איז אן אומדערהערטע זאך צו נוצן רעליגיע אלס א דעסקריפציע ביים זוכן א פארברעכער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל