אין ליכט פון דעם שטייגנדן אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד, הויפזעכליך צווישן פרישע אימיגראנטן פון מיטל מזרח און אפריקע, איז דער אידישער קאונסיל אין דייטשלאנד ארויסגעקומען מיט אן עפנטליכן פארלאנג צו די דייטשישע אויטאריטעטן, אז ס'זאל ווערן א פליכט צו באזוכן די קאנצעטראציע לאגערן, זיך צו באקענען מיט'ן לאנד׳ס פינסטערע היסטאריע, אויב וויל מען באקומען דייטשע בירגערשאפט. מר. יוסף שוסטער דער הויפט פון אידישן קאונסיל אין דייטשלאנד האט אויסגעדרוקט האפענונג אז דאס וועט איינצוימען דעם אנטיסעמיטיזם אויפשטייג און אנגעמערקט, ״די פליטים, וועלכע קומען פון מלחמה-געפלאגטע לענדער, ווייסן גאר ווייניג איבער דער ביטערער היסטאריע, און אויב זיי וועלן באזוכן די לאגערן, וועלן זיי אנטוויקלען סימפאטיע צום אידישן שיקזאל, וויבאלד א גרויסער טייל פון זיי זענען אליין אריבער ענליכע שוועריקייטן.״ א ווארטזאגער פאר דער אימיגראציע אגענטור האט אנגעוויזן, אז ס'ווערט שוין לויט די יעצטיגע פארשריפטן פארלאנגט פון פרישע אימיגראנטן אריבערצוגיין א סעריע פון לעקציעס איבער דייטשלאנד'ס היסטאריע, וואס נעמט אריין די האלאקאוסט געשיכטע, אבער ער האט פארשפראכן עס צו נעמען ערנסט אין באטראכט.

בילד: יוסף שוסטער, פרעזידענט, צענטראלע קאנסיל פון דייטשע אידן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל