וואשינגטאן – דער לאנגיעריגער און מאכטפולער רעפובליקאנער קאליפארניער קאנגרעסמאן, דעראל אייסא, האט נעכטן געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג היי יאר אין די מידטוירם וואלן, נאר ער וועט רעטייערן פון קאנגרעס. אייסא'ס באשלוס צו רעטייערן קומט בלויז צוויי טעג נאכדעם וואס זיין קאלעגע, דער רעפובליקאנער קאליפארניע קאנגרעסמאן עדווארד ראיס האט געמאלדן זיין רעטייערטמענט. אייסא'ס רעטייערטמענט קומט אלס טייל פון א כוואליע רעטייערמענטס וואס מ'זעט ביי רעפובליקאנער אין קאנגרעס, וואס מאכט די דעמאקראטן נאר מער איבערצייגנד אז זיי וועלן צוריקכאפן קאנטראל פון קאנגרעס. אין די פעלער פון אייסא און ראיס איז אנגעצייגט געווארן, אז זיי זענען געווען רעפובליקאנער פאליטישאנס אין א שטארק-דעמאקראטישע סטעיט, נאכדערצו אז ביי די פארלאפענע פרעזידענט וואלן האט פרוי קלינטאן געוואונען ביידע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטס וואס זיי פארטרעטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל