וואשינגטאן – כמעט אלע פעדעראלע רעגירונג דעפארטמענטס און אגענטורן האבן אין לויף פון יאר 17' געשרומפן אין סייז, לויט א פרישן אנאליז און באריכט אינעם "וואשינגטאן פאוסט". דאס איז געווען א הויפט פארשפרעכונג פון פרעזידענט טראמפ, און איז שוין א ציל א לאנגע צייט ביי דער רעפובליקאנער פארטיי, צו פארקלענערן די סייז פון דער פעדעראלער רעגירונג, וועלכע איז אויפגעשוואלן מיט איבריגע ארבעטער, צופיל דעפארטמענטס און איבריגע ביוראקראטיע. לויט'ן פאוסט באריכט, וואס זיי באזירן אויף אפיציעלע ציפערן פון אלע פעדעראלע רעגירונג דעפארטמענטס, האט יעדע דעפארטמענט געשניטן הונדערטער פאזיציעס, אויסער די 3 פאלגענדע דעפארטמענטס, וועלכע האט נישט פארלוירן קיין איין באאמטן: די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט, וועטעראנען אנגעלעגנהייטן דעפארטמענט, און אינערן דעפארטמענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל