א נישט-אידיש פארפאלק פון ענגלאנד האט געעפנט אן אינטערנעט-קאמפיין אויפצוטרייבן דאס געלט וואס פעלט זיך אויס כדי זייערס א קינד זאל אפערירט ווערן דורך א פוס-מומחה אין מדינת ישראל.

דאס זעקס-יעריג קינד איז דיאגניזירט געווארן מיט א פראבלעם אין א ביין, וואס שטערט דעם פוס פון וואקסן ווי געהעריג.

בריטישע דאקטוירים האבן פריער געזאגט, אז דער פוס וועט מוזן אראפגענומען ווערן, כדי דער רעשט פונעם קערפער זאל זיך געהעריג אנטוויקלען. ווען די מאמע פונעם קינד האט געהערט וועגן אן עקספערט פון מדינת ישראל, דרור פלאי, וועלכער איז אויפגעקומען מיט א מיטל צו היילן דעם פראבלעם אן רירן דעם פוס, האט זי באלד געעפנט א קאמפיין אויפצוטרייבן די נויטיגע פאנדן.

פלאי, וועלכער ארבעט בעיקר אין אמעריקע, קומט צוריק אהיים קיין מדינת ישראל אויף איין תקופה יעדעס יאר, דורכצופירן אפעראציעס פאר קלענערע פארדינערס.

בילד: דרור פלאי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל