וואשינגטאן – די מידיא האט נעכטן פארפירט איבער אן אויפדעקונג אז מען גייט אינסטאלירן צוויי נייע פרידזשידערס אינעם פרעזידענטליכן "עירפארס-וואן" פליגער, וואס גייט קאסטן די אסטראנאמישע סומע פון 24 מיליאן דאלאר. דאס פארפירן איז געקומען צוליב וואס טראמפ האט אלס קאנדידאט געשטורעמט קעגן די הויכע קאסטן פונעם עירפארס-וואן, זאגנדיג אז ער האלט אז ס'איז גענצליך איבריג אויסצוגעבן אזויפיל געלט, און יעצט גייט ער און ערלויבט דאס אינסטאלירן אזעלכע טייערע פרידזשידערס. למעשה, ביים קוקן אביסל טיפער אין די דעטאלן, זעט מען אז ס'איז נישט אזוי פשוט. די פרידזשידערס זענען ריזיגע פרידזשידערס וועלכע קענען האלטן 3 טויזנט פארפרוירענע מאלצייטן, גרייט אין פאל פון אן ערנסטע קאטאסטראפע, וואס די גאנצע רעגירונג קאבינעט דארף דאן לעבן באהאלטן אויפ'ן עירפארס-וואן. די ביז-איצטיגע פרידזשידערס זענען אלט און אפגענוצט, און זענען שוין אינסטאלירט געווארן אין 990', און פאר נאציאנאלע-זיכערהייט איז קריטיש וויכטיג צו אינסטאלירן נייע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל