דער 'קאמערץ דעפארטמענט' האט געמאכט א באשלוס ארויפצולייגן ספעציעלע אימפארט-שטייערן, אזויגערופענע 'טאַריפס', אויף פאפיר וואס ווערט אימפארטירט פון קאנאדע.

דער קאמערץ סעקרעטערי ווייזט אן, אז די קאנאדישע רעגירונג שענקט שטייער-הנחות פאר אירע פאפיר-פאבריקן, וואס קענען אזוי ארום פארקויפן דאס מאטעריאל ביליגער ווי אמעריקאנער פירמעס.

דער נייער שטייער וועט באטרעפן ביז צען פראצענט.

די קאנאדישע פאפיר-אימפארטן קיין אמעריקע האבן אין 16' באטראפן ארום 1.3-ביליאן דאלאר, און די טראמפ-אדמיניסטראציע וויל טאן דערצו, אז אמעריקאנער פירמעס זאלן קענען קאנקורירן מיט די קאנאדישע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל