א קאנסערוואטיווע גרופע פון וואשינגטאן די-סי, 'דזשודישיאל וואַטש', האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע קעגן דעם ניו יארק פאליציי דעפארטמענט פאר'ן נישט ארויסגעבן פארשידענע רעקארדס בשייכות א פאליציאנט וואס איז דערמארדעט געווארן אין 972'.

פיליפּ קאַרדילאָו איז דערשאסן געווארן אין אן איסלאמישן מעטשעט אין הארלעם, מענהעטן, נאכ'ן אהינפארן אין רעאקציע צו א טעלעפאן-רוף וועגן א פאליציאנט וואס איז אונטער אטאקע אויפ'ן ארט.

דער רוף איז געווען א פאלשער און געקומען מיט'ן ציל אריינצונארן דעם פאליציאנט אהין, און 'דזשודישיאל וואטש' האט עטליכע מאל אין דער פארגאנגענהייט פארלאנגט פון דער פאליציי ארויסצוגעבן די רעקארדס פון דעם פאליציי-רוף, ווי אויך די קאמערעס ארום דעם מאסק, אבער ווי די גרופע זאגט האט די פאליציי אפגעזאגט דעם פארלאנג.
בילד: גרופע קלאגט פאליציי צוליב רעקארדס פון דערמארדעטן פאליסמאן
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל