לאנדאן – עטליכע באאמטע אינערהאלב דער בריטישער רעגירונג האבן נעכטן געזאגט, אז די רעגירונג ארבעט אויס א פלאן, וויאזוי צו לייגן ביזנעס-דרוק אויף גרויסע טעכנאלאגישע פירמעס, זיי צו צווינגען צו קאאפערירן ווען עס קומט צו באקעמפן טעראר. רעגירונגען איבער דער וועלט פלאגן זיך שוין לאנג מיט דעם פראבלעם, סיי אז טעכנאלאגיע פירמעס טוען נישט גענוג צו בלאקירן די פארשפרייטונג פון דזשיהאדיסטישע פראפאגאנדע אויף זייערע נעצן, און סיי אז זיי קאאפערירן נישט מיט'ן ארויסגעבן אינפארמאציע, ווען מען פארשט אויס א ספעציפישן פארדעכטיגטן. דער פלאן וואס די בריטישע רעגירונג באטראכט, לויט אן אינטערוויו פון בען וואלעס, דער בריטישער זיכערהייט מיניסטער, איז אז זיי וועלן ארויסשטעלן נייע שטייערן אויף די גרויסע טעכנאלאגיע ביזנעסער, וואס די ביזנעסער וועלן האבן די אפציע פון נישט דארפן באצאלן די שטייערן, אויב זיי קאאפערירן אינעם קאמף קעגן טעראר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל