אין א טעלעפאנישע געשפרעך מיט׳ן פרעזידענט פון סאוט קארעא דשעי אין מאָן האט פרעזידענט טראמפ אין קאנגראטולירט אויף די פארשריט אין די געשפרעכן מיט נארט קארעא, און האט געזאגט אז אמעריקע איז אויך גרייט צו אפהאלטן דירעקטע געשפרעכן מיט נארט קארעא. דאס קומט א טאג נאכדעם וואס אפיציעלע באאמטע פון די צוויי לענדער האבן אפגעהאלטן די ערשטע רונדע פון פארמאלע געשפרעכן אין איבער צוויי יאר, דער פרעזידענט האט געזאגט אז אמעריקע וועט זיך אנשליסן אין די געשפרעכן ווען די צייט און סיטואציע זענען רייף דערצו.

דער פרעזידענט האט אויך פארשפראכן אז אמעריקע וועט נישט אפהאלטן קיין שום מיליטערישע אקטיוויטעטן אויפ׳ן קארעאר האלב אינזל ווילאנג די געשפרעכן האלטן אן, און האט אפגעלייקנט א באריכט אינעם ״וואל סטריט דשורנאל״ וועלכע האט באריכטעט אז ער האט ערנסט באטראכט מיליטערישע שריט.

דער פרעזידענט האט אויך איינגעמאלדן אז ער וועט שיקן זיין וויצע פרעזידענט מייק פענס זיך צו באטייליגן אין די בעפארשטייענדע אלימפישע שפילן אין סאוט קארעא ווי עס וועלן אויך אנוועזנד זיין א דעלעגאציע פון נארט קארעא, דאס קומט טראץ רופן פון געוויסע געזעצגעבער אריינגערעכנט סענאטאר לינדזי גרעהעם וועלכע האבן פארלאנג אז אמעריקע זאל באיאקאטירן די שפילן וויבאלד לויט זיי זענען די געשפרעכן נישט עפעקטיוו ווילאנג נארט קארעא טוט זיך נישט פארפליכטן צו גענצליך אויפלעזן איר נוקלעארע פראגראם.

די סטעיטמענט פונעם פרעזידעט דערמאנט נישט אז אמעריקע פארלאנגט פון נארט קארעא צו אויפגעבן אויף איר מיליטערישע פראגראם אלס באדינג צו אנהייבן געשפרעכן, א פארלאנג וועלכע איז ביז נעכטן ארויסגעלייגט געווארן אלס אפיציעלע ליניע פון די אדמינסטראציע. דער פרעזידענט פון סאוט קארעא האט שוין נעכטן געגעבן קרעדיט פאר פרעזידענט טראמפ אויף דעם וואס די נארט קארעא רעזשים איז וויליג צו עפענען א דיאלאג.

בילד: פרעזידענט טראמפ: איך בין אפן צו געשפרעכן מיט נארט קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל