א שוועדישער בירגער וועלכער וואוינט אין האנג-קאנג און האט ארויסגעגעבן בוכער וועלכע קריטיקירן די כינעזער פירערשאפט איז פארהאלטן געווארן דורך כינעזער געהיים אגענטן פארנדיג אויף א באן אין כינע אין די באגלייטונג פון שוועדישע דיפלאמאטן. דער דשורנאליסט גואי מינהיי איז אן אויסגעשפראכענער קריטיקירער פון די כינעזער מענטשן רעכט פארלעצונגען און איז שוין פארכאפט געווארן דורך כינעזער אגענטן צוריק אין 2015 זייענדיג אויף א באזוך אין טאילאנד, און איז געברענגט געווארן קיין כינע קעגן זיין ווילן, און איז שפעטער באפרייט געווארן נאכדעם וואס עס איז אנטשטאנען א שטורעם דערוועגן, די כינעזער אויטאריטעטן האבן זיך באנוצט מיט אן אויסרייד אז ער איז געווען פארמישט אין א עקסידענט און שטייט דעריבער אויס קלאגעס. א זאך וואס זיין פאמיליע באצייכנט אלס לעכערליך.

אצינד איז ער ווי עס שיינט נאכאמאל פארכאפט געווארן, דאסמאל פארנט פון די אויגן פון שוועדישע דיפלאמאטן וועלכע האבן אים באגלייט, אגענטן אן קיין מונדירן זענען ארויפגעקומען אויפ׳ן באן און האבן אים געבעטן ער זאל זיי באגלייטן, און ער איז זינט דאן נישט געזען געווארן, די כינעזער רעגירונג זאגט אז זיי ווייסן נישט פון דעם אינצידענט און לייקענען אז ער איז פארכאפט געווארן, אבער די שוועדישע רעגירונג שטעלט א גאר אסערטיווע שטעלונג און פאדערט זיין באפרייאונג מיט די שארפסטע טערמינען.

זיין פאמיליע פירט א העפטיגע קאמפיין פאר זיין באפרייאונג, זיי זאגן אז ער איז געווען אויפ׳ן וועג צו באנייען זיין שוועדישע פאספארט מיט די ציל צו פארן קיין שוועדן צו באזוכן א דאקטאר צוליב דעם וואס ער צייגט סימפטאמען פון עי-על-עס פאראליזירונג און ער דארף זאפארט אנקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל