מאסקווע – די רוסישע רעגירונג האט נעכטן ארויסגעגעבן א באשולדיגונג, אז די אמעריקאנער רעגירונג מישט זיך אין אירע פרעזידענט וואלן און פרובירט עס צו באאיינפלוסן. די באשולדיגונג איז געקומען געציילטע שטונדן איידער מ'האט דערווארט די אמעריקאנער רעגירונג זאל ארויסגעבן א פרישן באריכט איבער קומענדיגע סאנקציעס וואס זי פלאנירט ארויפצושטעלן אויף רוסלאנד, אלס טייל פון די שטראפן אויף דעם וואס רוסלאנד האט פרובירט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן אין יאר 16'. ווי דער קרעמלין ווארטזאגער, דעמיטרי פעסקאוו, זאגט, איז קלאר אז אמעריקע גיט פונקט יעצט ארויס דעם באריכט, ווייל זיי ווילן אומלעגאל באאיינפלוסן די רוסישע פרעזידענט וואלן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל