וואשינגטאן – די "מעקלאטשי" נייעס אגענטור האט דורכגעפירט א גרונטליכע אויספארשונג איבער נייע אינוועסטמענטס דורך רעגירונגען איבער דער וועלט, און איז געקומען צום אויספיר אז פילע לענדער האבן אונטערגענומען פארשידענע שריט אין די לעצטע צוועלף מאנאטן, וואס זעען אויס צו זיין מיט'ן דירעקטן ציל צו געפעלן פאר פרעזידענט טראמפ, דורכ'ן ארויסהעלפן אויסברייטערן זיין "טראמפ" ברענד. די מעקלאטשי אויספארשונג צייגט אז די רעגירונגען אין אוראגוויי, אינדיע, פאנאמא און די פיליפינען, האבן אדער אוועקגעגעבן פובליק שטחים פאר פריוואטע דעוועלאפמענטס, אדער באשטעטיגט שנעלע פערמיטס, אדער פארגרינגערט ענווייראמענטאלע רעגולאציע בלאקאדעס, פאר פראיעקטן וועלכע זענען פארבינדן מיט'ן "טראמפ" ברענד, וואס דאס ברענגט אן ערנסטע זארג אז אנדערע לענדער וועלן קענען באאיינפלוסן טראמפ, דורך דער שריט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל