אויטאריטעטן האבן געעפנט אן אויספארשונג איבער'ן טויט פון א מאן, וועמען די וועכטערס אינעם 'רייקערס איילאנד' טורמע האבן אפגעהאלטן מעדיצינישע הילף.

דזשאוסעף פאסטער, וועלכער האט געארבעט אלס דרייווער פאר וואוילטעטיגן צוועק, איז ארעסטירט געווארן פארגאנגענעם דעצעמבער 30, אויפ'ן פארדאכט פון האבן געהאנדלט מיט דראגס.

די פאליציאנטן האבן אים אפגעפירט צו דער רייקערס איילאנד תפיסה, ווען פאסטער, וועלכער האט געליטן פון הויכן בלוט-דרוק און צוקער, האט זיך אנגעהויבן באקלאגן אויף שרעקליכע קאפ-שמערצן. די טורמע-אנגעשטעלטע האבן אים אבער איגנארירט, אפילו נאך דעם וואס די סימפטאמען האבן זיך פארערגערט, און פאסטער האט אנגעוויזן אז ער פילט נישט די רעכטע זייט פון זיין קערפער.

הערשט מיט א שעה שפעטער האבן די טורמע-באאמטע גערופן אן אמבולאנס, וואס האט אפגעפירט פאסטער אין שפיטאל, וואו ער איז געשטארבן מיט עטליכע טעג שפעטער.

די אורזאך פאר זיין טויט איז נאכנישט באשטעטיגט געווארן, אבער עקספערטן שפעקולירן אז דאס אים לאזן ווארטן אזא לאנגע צייט האט מעגליך געשפילט א קריטישע ראלע אין זיין טויט.

רייקערס איילאנד איז באזונדערס בארימט צוליב דער קולטור פון הפקרות וואס באהערשט דאס פלאץ, און סקאנדאלן ארום דער תפיסה זענען שוין עטליכע מאל אויפגעקומען, מיט 39 טויטפאלן אין דער טורמע זינט 14'. מעיאר דעבלאזיא האט אין 
דער פארגאנגענהייט פארשפראכן צו פארמאכן די טורמע דורכאויס די קומענדיגע צען יאר.

בילד:

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל