דער היי-טעק סעקטאר אין מדינת ישראל איז איינער פון די סוקסעספולסטע איבער דער וועלט, און האט פארענדיגט דאס יאר 17' מיט'ן סכום פון 23-ביליאן דאלאר, ארויף פון צען-ביליאן מיט א יאר פריער.

דער שפרינג קומט צום פארדאנקען בעיקר עטליכע גרעסערע אויספארקויפן, ווי 'מאָבילעיאָ', א סאפטוועיר פאר קלוגע קארס, וואס איז אפגעקויפט געווארן דורך 'אינטעל' פאר 15.3-ביליאן דאלאר, און 'ניוראָדערם', א פירמע וואס דערצייגט מעדיצינישע חידושים, וואס איז אפגעקויפט געווארן דורך אן אמעריקאנער פירמע פאר 1.1-ביליאן דאלאר.

דערצו זענען דורכ'ן יאר דרייצן מדינת-ישראל היי-טעק פירמעס ארויף אויפ'ן סטאק מארקעט, און אויפגעטריבן א ריווח פון 440 מיליאן דאלאר.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל