די בריטישע געהיים-אגענטור, עם-16, האט באערט א פארשטארבענעם שפיאן וועלכער האט געראטעוועט צען-טויזנט אידן פון נאצי-דייטשלאנד ערב דעם אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה.

פראַנק פאָולי, וועלכער איז געווען דער העכסט-ראנגיגער בריטישער שפיאן אין דייטשלאנד פאר דער וועלט-קריג האט אויסגעבראכן, האט אין יענער תקופה צוגעשטעלט וויזעס פאר צען-טויזנט אידן, וואס האבן זיי דערמעגליכט צו אנטלויפן פונעם נאצישן רעזשים און זיך ראטעווען.

פאולי, וועלכער איז געשטארבן אין 958', האט דערמיט איינגעשטעלט זיין אייגענע זיכערקייט און האט ביים לעבן נישט באקומען די אנערקענונג פאר זיין העראאיזם.

ביי דער באערונגס-צערעמאניע פארגאנגענעם דינסטאג, האט דער פירער פון עם-16, אלעקס יונגער, דערקלערט, "אין דער צייט וואס מערערע האבן קריטיקירט די נאצי פאליסיס, האט פראנק געטאן צו דער זאך."

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל