די סענאט אויספארשונג קאמיטע וואס פארשט די רוסישע אינטערווענץ אין די פארלאפענע פרעזידענטליכע וואלן האט געזאגט אז זי וועט ארויסגעבן די טראנסקריפט פון די ווערטער אויסטויש צווישן דאנעלד טראמפ דשוניאר און נאך קאמפיין באאמטע און א רוסישע לויערקע, ביי דעם זיצונג וואס איז פארגעקומען אין טראמפ טאוער איז באהאנדלט געווארן אינפארמאציע וואס רוסלאנד האט אנגעבליך געהאט איבער הילערי קלינטאן, און די פאקט אז די טראמפ קאמפיין איז געווען וויליג צו קריגן הילף פונעם קרעמעלין שטייט אין צענטער פון די אויספארשונג איבער די רוסישע אינטערווענץ. די פארלאנג איז געקומען פון די דעמאקראטן און דער רעפובליקאנער פארזיצער טשאק גרעסלי האט איינגעשטימט צו ארויסגעבן דעם דאקומענט, אבער האט געזאגט אז עס וועט נעמען צייט ביז מען קען עס פארעפנטליכן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל