ענגלאנד – דער קאמף קעגן די אויסגערופענע ביטערע מרשעת אין לאנדאן, די קאראנער, וועלכע טשעפעט מיט אידישע איינוואוינער ווען עס קומט צו נפטרים, איז העפטיג פארשארפט געווארן, ווען א לאקאלער פאליטישאן האט זיך צוגעשטעלט צו די געשריי-רופן פון דער אידישער געמיינדע, און געזאגט אז די קאראנער מוז אפגעזאגט ווערן פון איר אמט. דער נייער קאמף קעגן די קאראנער איז אונטערגענומען געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק, נאכדעם וואס זי האט געשריבן א פרישן שארפן בריוו מיט נייע פארארדענונגען, אריינגערעכנט אז זי וועט נישט ערלויבן אידישע שמירה אויף נפטרים איבער נאכט. דאס האט געברענגט די עסקנים אונטערצונעמען א פעטיציע קאמפיין, צו פארלאנגען פון די רעגירונג אויטאריטעטן אז זי מוז ארויסגעטראסקעט ווערן פון איר אמט, אדער טראנספערירט ווערן צו א צווייטן לאקאל. אצינד האט דער לאנדאנער אסעמבלי מיטגליד, ענדרו דיסמאור, זיך צוגעשטעלט צום קאמפיין און אויך געזאגט אז די קאראנער מוז ארויסגעווארפן ווערן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל