בערלין – א פירנדע פיגור אינערהאלב דער אלגעמיינער אידישער געמיינדע אין דייטשלאנד האט אנגעהויבן א קאמפיין צו לייגן דרוק אויף דער רעגירונג מער צו טון צו באקעמפן די פארשפרייטונג פון אנטיסעמיטיזם, און ספעציפיש אז זיי זאלן אויפנעמען א ספעציעלן קאמישאנער פאר דעם צוועק. דער קאמפיין ווערט אנגעפירט דורך שארלאט קנאבלאך (Charlotte Knobloch), וועלכע האט אנגעצייגט אז דער גוי'אישער קאלענדער-יאר 17', וועלכע איז נעכטן געקומען צו אן ענדע, איז געווען פון די ערגסטע יארן פון אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד זינט דער ענדע פון דער צווייטער וועלט קריג, מיט א גרויסע פראצענט ארטיגע אידן וועלכע זאגן אז זיי זענען שוין פערזענליך אפעקטירט געווארן דערפון. פרוי קנאבלאך זאגט אז אויב וועט עס נאך אביסל אזוי אנגיין, וועט יעדער איד מוזן האבן א פערזענליכן פאליציי אפיציר אלס באגלייטער.

בילד: די רייכסטאג פארלאמענט אין בערלין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל