וואשינגטאן – א באריכט נעכטן אין "די ווערדזש" טעכנאלאגיע פובליקאציע האט אויפגעדעקט, אז די טראמפ אדמיניסטראציע קלערט ערנסט אפצושטעלן די פינאנציעלע שטיצע פאר דער אינטערנאציאנאלער ספעיס סטאנציע, און דאס קומט עטליכע יאר נאכדעם וואס אמעריקע האט בכלל אפגעשטעלט ארויפצושיסן אסטראנאטן מיט אירע אייגענע ספעיס שאטעלס, נאר אמעריקאנער אסטראנאטן פליען אהין ארויס מיט רוסישע ספעיס קאפסולס און ספעיס שיפן פון אנדערע לענדער.

די פעדעראלע רעגירונג גיט יערליך אויס אזויפיל ווי פיר ביליאן דאלאר א יאר צו העלפן אויפהאלטן די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע, און טראמפ וויל שניידן די געלטער. דער פלאן איז אז אויף יאר 2025 וועט אמעריקע אויפהערן אריינצאלן פאר דער ספעיס סטאנציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל