א געוועזענע פירערין פון דער גרעסטער אידישער קערפערשאפט אין דייטשלאנד זאגט, אז דאס לעבן פון אידן אין דייטשלאנד געפינט זיך אין "סכנה" פון אן אויפוואכונג אין שנאת ישראל איבער'ן לאנד.

פרוי קנאבלעך, אליין א האלאקאוסט-איבערלעבערין, האט אין א געשפרעך מיט אן ארטיגער ראדיא-סטאנציע אנגעוויזן אויף א כוואליע פון אנטיסעמיטישע אקטן און העצערייען אנליין ווי אויך אין ווירקליכן לעבן.

אויסער דער 'קלאסישער' אנטיסעמיטיזם פון אלע דורות, איז צוגעקומען דער נייער סארט שנאת ישראל, וואס באהאלט זיך אונטער א שלייער פון אנטי-מדינת ישראל, אבער צילן למעשה אלע אידן.

קנאבלעך זאגט אז די צרה איז אזוי גרויס, אז ס'וואלט זיך פארלאנגט פון דער דייטשער רעגירונג אויפצונעמען א ספעציעלן באאמטן וואס זאל זיך אפגעבן בלויז מיט דעם.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל